Wednesday, April 23, 2014

שיריים פון יו״ט

די מצה זיצט נאך אינעם מאגן באקוועם און טראכט נישט פון פארלאזן דעם געדערים ׳עני טיים סאן׳ פאראורזארכענדיג גרויס טרעפיק.

אין זיין קופקע זיצן דארט זיינע אחים לדעה, קארטאפל, אייער מיט שמאלץ, קניידלעך, שטיקער פלאנקען מיט בארשט און האבן א ׳גוד טיים׳, ביי זיי איז נאך חול המועד, פון צייט צו צייט מאכן זיי פייערווארקס אז ס׳גייט א רויעך, זיי שמייכלען זיך אונטער מיט א רשעות ווען זיי הערן ביטערע ווייטאגליכע קרעכצן, און ווען מ׳פרובירט זיי ארויסצוטרייבן כאפן זיי זיך אהן מיט אלע קרעפטן אין איעדן געגנשטאנד וואס מעגליך און קעמפן פאר זייערע טעריטאריע רעכטן.

מיטאמאל הערן זיי פיסטריט...
איינער, עפעס א פרישער גאסט קומט, נאך עטליכע סעקונדן שפאצירט אריין א אומגעצייטיגטע אומצוקייטע רויע פיצא.

ס׳מוצאי יום טוב! שרייען זיי אלע אויס וואו אין א כאר.
שלום עליכם! באגריסט אים דער קניידל, קום זעץ דיך אראפ לעבן מיר, כ׳האב דיך שוין נישט געזעהן פאר א וואך.

עליכם שלום ענטפערט דער פיצא מיט א שמייכל, עטס האטס נאך נישט געזעהן וואספארא הריגות און לאנגע ליינס ס׳געווען.

דו רעדסט פון לאנגע ליינס? שרייט דער מצה גערעגטערהייט, דו האסט געדארפט זעהן ערב פסח וואו מ׳האט זיך געשלאגן איבער מיר, און וואו ביסטו דאן געווען? אין דאמפסטער, דו צולייגער.

ס׳האט אנגעהויבן צו גיין שלעק צווישן די פיצא מיט מצה.

ביז פעטש! הייב נישט קיין הענט! האט די שמאלץ מיט די פאטעיטעס אויסגערופן, לאמיר מאכן שלום, ווער וויל טאנצן?

און אזוי זענען אלע פארגאנגען און א פייערליכען טאנץ ביז אין די פריע שטונדן פונעם מארגן.

No comments:

Post a Comment