Wednesday, January 16, 2013

A joke to lighten up your day..


א פרוי קומט אריין אין גראסערי איינקויפן, און זעט א עלטערן איד שטופן א איינקויף וועגעלע מיט א קינד דערין. און דאס קינד הערט נישט אויף פעיגערן דעם זיידן. זיידי, קויף מיר די קענדי און יענע נאש. און שרייט און פארפירט. זי הערט ווי דער זיידע ענטפערט: יוסי, גענוג. נאך אביסל קומט מען אן היים וועסטו קענען טוהן וואס דו ווילסט. 



די פרוי דרייט זיך ווייטער ארום, הערט זי דאס קינד שרייען "איך דארף יענע טשאקלאד" און דער זיידע זאגט ווייטער מיט א רוהיגע שטימע. יוסי, האלט דיך איין. ס'דא מענטשן דא. ס'נישט שיין. נאך אביסל זעמער אינדערהיים וועסטו קענען זיך אויסגעבן וויפיל דו ווילסט. 



נאך אפאר מינוט האט דאס קינד אנגעהויבן ארויסווארפן פראדוקטן פונעם וואגן און געשליידערט אויף דער ערד. אבער דער זיידע האלט אן זיין רוהיגקייט: "יוסי זיך אזוי אויפצופירן צווישן מענטשן איז נישט שיין. נאך אביסל מ'קומט אן אהיים און קענסט טוהן וואס דו ווילסט. די פרוי ארויס פון התפעלות אויף זיין געדולד גייט צו צו אים און רוימט אים שטיל אין די אויער ביים ארויסגיין: איך ווייס ס'נישט מיינע געשעפטן, אבער די וועג וויאזוי דו האסט בארוהיגט דעם קליינעם יוסי איז וואונדערליך. דו ביסט די בעסטע זיידע און ער האט א מזל צו זיין דיין אייניקל. 

ענטפערט דער איד. קודם כל, ער הייסט נישט יוסי,איך הייס יוסי! ער הייסט מעכי, און ער גייט כאפן געהארגעטע מכות אינדערהיים...

No comments:

Post a Comment