טאטע אין הימל,"
איך גלייב באמונה שלימה אז אלעס וואס דו טוסט איז לטובה,
טאטע אין הימל,
איך גלייב באמונה שלימה אז אלעס וואס דו טוסט האט א גערעכטע חשבון,
טאטע אין הימל,
איך גלייב אבער אויך באמונה שלימה אז דו האסט זייער שטארק ליב כלל ישראל, בחרת אותנו מכל האומות. ווען א טאטע האט א קינד א יאר נאך די חתונה, איז ער זייער פרייליך. אבער ווען א טאטע האט א קינד 10 יאר נאך די חתונה, איז זיין שמחה און ליבשאפט צום קינד פילפאכיג מער. טאטע אין הימל, פאר איבער צוויי טויזענט יאר האסטו דיר געדרייט און זיך געבעטן אז איינער זאל אננעמען דיין תורה, קיינער האט נישט געוואלט חוץ אונז אידעלעך. דיין ליבשאפט צו אונז איז דאך דעריבער אין לשער.
אבער טאטע אין הימל,
מיר פרעגן נישט חס ושלום פארוואס, מיר ווייסן אז מיר פארשטיין נישט די גאנצע בילד, אבער עס טוט דאך אזוי וויי. ווי אזוי האט רבי לוי יצחק געטייטשט? הראינו השם את חסדיך! ווייז אונז דיינע חסדים, אז אפילו א פרוי אין קאך זאל פארשטיין אז עס חסדים.
טייערע טאטע אין הימל,
שוין 3300 יאר וואס מ׳פייניגט אונז, מ׳שלאגט אונז, עס וועט קיינעם גארנישט העלפן, מיר בלייבן פאר דיר געטריי. אבער מיר בעטן זיך, ביטע דו שלאג אונז נישט, עס טוט אסאך מער וויי. קיינער האט דיר נישט אזוי ליב אויף די וועלט ווי אונז, שלאג אונז נישט!!
טייערע טאטע אין הימל,
עס איז האלב דריי ביינאכט, כלל ישראל איז צושאסן און צובראכן, רוב פון אונז קען אפילו נישט דאס קאפל, אבער אונזער הארץ גייט אויס פאר זיי. אוי לאב שמכה את בנו, וועלכע טאטע וויל אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין צושאסן? אונז וועלן דיר ליב האבן אייביג און ווייזן דאס א גאנצע צייט, אבער ביטע, ביטע! ווייז אונז אויך דיין ליבשאפט צו אונז.
טאטע אין הימל,
השבינו השם אליך ונשיבה, אבער מיט ליבשאפט ביטע!!!"
No comments:
Post a Comment