Friday, April 26, 2013

A letter to the Americans coming to Israel for Lag Ba'omer, thinking they can do whatever they want!


טייערע אידישע מאמע, איר קומט דא קיין ארץ הקודש איך בין אייך נישט חושד אז איר קומט צו מאכן א לעבן און שוואילטאג, כבין זיכער אז איר קומט פשוט אויסבעטן ביי ר׳ שמעון׳ן פרנסה און נחת פון די קינדער, כל הכבוד! אבער, ווען איר טרעט אריין אין מאה שערים זענט איר דא א גאסט און אינז ישיבה בחורים זענען די תושבים דא, היינט האט איר זיך אריינגעזעצט מיט אייער מאן פרעסן טשולענט אין ׳יואליס׳ כאטש איר האט זייער פיין באמערקט אז ס׳זענען געזעצן צענדליגע בחורים אויף די טישן איז עס אייך נישט אנגעגאנגען, אייער עבירה, אבער וואס איז דאס אז ביים באצאלען האט איר זיך אריינגעשטופט בעפאר אינז? ס׳דא א ליין דא מיר האלטן אויס דעם יואלי׳ן מידי ליל שושי א גאנץ יאר איז וואס זענט איר מחתנסטע דא? גערעכט מיין חבר וואלט נישט געדארפט מאכן אזאנע קולות ברבים אבער פארט, אביסעל מענטשליכקייט! זייט געווארענט, נישט מער געדאכט פאר עטליכע חדשים צירוק איז געווען דא א מסע המלכות, הונדערטער משפחות וואס שוין דורות האבן נישט קיין שייכות מיט אלעם וואס געהערט צי סאטמאר האבן זיך דא אנגערוקט און פשוט איבערגענימען די מקום, איך געדענק נאך זייער גוט דעם טרויעריגן עש״ק מאכענדיג די לעצטע צוגרייטונגן פארן הייליגן שבת און יו״ט חמשה עשר בין איך ארומגעלאפן אין די שמאלע געסאלאך פון מאה שערים אנציגיאגן און קויפן אביסל פרוכט ס׳איז געווען א גרויסע ליין און איר האט נישט געהאלטן ביים ווארטן רופט איר זיך אן פארן מוכר ׳דו יו ספיק אינגליש׳ און דער מוכר איז גראד אריבער אייך צי באדינען ווי א פרינצעסן, דאס האט זיך גע׳ענדיגט איך קען פונקט אזא גיטע ענגליש ווי אייך כ׳בין געבוירן אין די זעלבע באקס ווי אייך און מען גייט אייך ׳נישט׳ געבן דא כבוד מלכים וכ״ש נישט פאר אינזער מאיסטעיט ארימע ישיבה בחורים וואס זענען איבערדאס יאר, געדענקט! עס קומט טשעינדש! 


בחורי ישיבות מיר/שערי תורה/בריסק/עמק התלמוד/קמניץ/שער המלך והגלילות.

2 comments:

  1. strong point

    ReplyDelete
  2. Now lets hear what the residents have say for the yeshiva bochurim

    ReplyDelete