Friday, November 16, 2012

א שיין ווארט אויף פרשת תולדות

ס׳שטייט די וואך אין די סדרה ״ויתרוצצו הבנים בקרבה". איז רש״י מסביר אז רבקה האט געזען אז ווען זי גייט אריבער א ביהמ״ד שטופט זיך יעקב ארויסצוגיין און ווען זי פלעגט אריבערגיין בתי ע״ז פלעגט עשיו וועלן ארויסגיין, האט זי געזאגט אם כן למה זה אנכי, און זי איז געגאנגען לבית המדרש של שם געוואר צו ווערן דאס באדייט. און שם האט איר געענטפערט אז ״שני גוים בבטנך ושני לאומים ממעיך יפרדו״.
לכאורה איז שווער אז וואס איז שמ׳ס תירוץ אויף רבקה׳ס קשיא? און מיט וואס האט זיך רבקה בארואיגט מיט אזא תירוץ?
איז דא מאנכע וואס ווילן לערנען פשט אזוי. באמת האט רבקה געמיינט אז זי האט נאר איין קינד. נאר זי האט געהאט א געפערליכע פחד אז דאס קינד איז א... מיזרחי׳ניק!! דהיינו, זי האט געהאלטן אז ער גייט טאקע לערנען אין ביהמ״ד, אבער אין די זעלבע צייט האט ער נישט קיין פראבלעם זיך צו דרייען אויף די ערגסטע פלעצער. אין בתי ע״ז ממש.
אויף דעם האט איר שם געענטפערט אז מ׳רעדט דא פון צוויי באזונדערע קינדער. איינער א יעקב און דער אנדערער אן עשיו. און נאכ׳ן הערן דעם תירוץ האט זיך רבקה בארואיגט.
וואס איז פשט אז רבקה האט זיך בארואיגט?זייער פשוט. רבקה האט מחליט געווען אז אן עשיו איז שוין בעסער ווי א מיזרחי׳ניק!!
פארשטייט זיך אליין אז די מיזרחי׳ניקעס בלייבן נישט שולדיג, און זיי טענה׳ן אז מ׳דארף דא לערנען א אנדערער פשט.
זיי טענה׳ן אז רבקה האט אזוי געציטערט ווייל זי האט מורא געהאט אז איר קינד איז גאר א קנאי. דהיינו, ווען זי גייט אריבער א ביהמ״ד וויל ער טאקע גיין לערנען, אבער די מינוט וואס זי גייט נאר אריבער עפעס א בית עבודה זרה וויל ער גלייך ארויסלויפן און מאכן א מחאה.  אויף דעם האט איר שם געענטפערט אונזער אויבן דערמאנטער תירוץ, און מיט דעם האט זי זיך פולקאם בארואיגט!

No comments:

Post a Comment